וועדליג דעם הײַנטיקן פליכטצושטעלונגגעזעץ מוז דער אויסגעבער פון געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט צעשפרײַט ווערן איבער שוועדן איינשיקן איין עקסעמפלאר פון יעדן ווערק צו דער נאציאנאלביבליאטעק און זעקס אנדערע פארשונגסביבליאטעקן. אויסגעבער פון פילם, מוזיק, טעלעוויזיע אדער ראדיא מוזן אויף א דערגלייכן אופן שיקן קאפיעס פאר דער ביבליאטעק. אבער אין געוויסע פאלן איז דאס אבליגאטאריש פאר בלויז א טייל פון די זענדרנגען.
דער געזעץ שטאמט פון דער קאנסליארדנונג אין 1661, ווען עס איז געווארן א געזעץ, אז אלע בוכדרוקער זאלן אריינשיקן צוויי עקסעמפלארן פון יעדן שריפט וואס זיי האבן געדרוקט. איינער פון די עקסעמפלארן זאל ווערן געגעבן דעם ריקסארכיוו און דער צווייטער דער נאציאנאלביבליאטעק. דער געזעץ איז אייגענטלעך געשאפן געווארן צו קאנטראלירן דעם אפיניאן איידער צו האלטן דאקומענטן פאר דער צוקונפט.
קאאפעראציע צווישן די ביבליאטעקן
די נאציאנאלביבליאטעק איז פאראנטווארטלעך פאר געבן אינפארמאציע צו די העכערע אויסבילדונג און פארשונג. דאס הייסט צו פארהאנדלען צווישן אלעס וועגן צענטראלע טראקטאטן כדי צו מאכן דעם צוגאנג צו פארשיידענע דאטע–באסען לייכטער.
די ביבליאטעק קאארדינירט א צאל פון עקספערט– און קאמפעטענסגרופן וואס ארבעטן מיט ענינים בנוגע די וועלט פון ביבליאטעקן. צום ביישפיל דיגיליזאציעס, סיסטעמען פון קלאסיפיקאציע און דעם געמיינזאמען קאטאלאג ליבריס.